Expert status · Oct 12, 2026
Expert status — video status
נתניהו ווארפט די גאנצע שולד פאר די פאסירונגען פון אקטאבער דעם זיבעטן אויפן געוועזענעם שב"כ הויפט רונן בר. ער טענה'ט אז בר האט באקומען אלע נויטיגע ווארענונגען, אריינגערעכנט אינטעלידזשענס אז כאמאס קעמפער האבן באקומען א באפעל זיך צוזאמצוקומען אין די מעטשעטן אין עזה ביי חצות הלילה, אבער ער האט פארפעלט איבערצוגעבן די דאזיגע קריטישע אינפארמאציע פאר אים אדער פאר די טרופן וואס זענען געשטאנען ביים גרעניץ. נתניהו טענה'ט: "אויב וואלט ער זיי ווען פשוט געזאגט, וואלט די גאנצע זאך געקענט ווערן אפגעשטעלט." כאטש בר האט שוין פריער מודה געווען אין די דורכפעלער פון זיין אגענטור יענע נאכט, פרובירט נתניהו עס יעצט אראפצומאלן כאילו בר אליינס איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט די מעגליכקייט צו פארמיידן די גאנצע אינצידענט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





