Expert status · Oct 22, 2026
Expert status — video status
א טראדיציאנאלע "שטעקן-שלאכט" צערעמאניע אין אינדיע האט נעכטן נאכט איבערגעלאזט איין טויטן און מער ווי הונדערט פארוואונדעטע. טויזענטער מענטשן האבן זיך פארזאמלט צום יערליכן "באני" פעסטיוואל אין אנדרא פראדעש, וואו די ארטיגע דארפסלייט פירן דורך ווילדע שלאכטן מיט באמבו שטעקנס, אלס טייל פון אן אלט יעריגע טראדיציע וואס גייט שוין אן פאר הונדערטער יארן. טראץ די באמיאונגען פון די פאליציי צו באגרעניצן די געווער, האבן די געשלעגן נאך חצות הלילה געפירט דערצו אז צענדליגער באטייליגטע זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע קאפ וואונדן און פארשידענע אנדערע פארוואונדונגען. דאס איז אן אלט-יעריגע טראדיציע מיט טויטליכע קאנסעקווענצן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1




