JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 26, 2026

Expert status — video status

א ריזיגע אויל-גראבן "ריג" פלאטפארמע איז געזונקען נעבן די ברעגעס פון גאבאן, נאכדעם וואס עס האט פארלוירן איר סטאביליטעט בשעת'ן עס פרובירן אויפשטעלן אויפ'ן ארט. די שיף, וואס געהערט פאר די "באר דרילינג" פירמע און ווערט גערופן "פראספעקטאר 5", האט געליטן פון א פלוצלינגדיגן איינברוך אין דעם באדן אונטער'ן וואסער (א "punch-through") נאך פאר די גראבן ארבעט האט זיך בכלל אנגעהויבן. דאס האט גורם געווען אז די גאנצע סטרוקטור זאל זיך אנהייבן בויגן און ענדליך אינגאנצן זינקען אונטער'ן וואסער נעבן דעם "דוסאפו מארין" געגנט. עס זענען געווען 115 מענטשן אויף די שיף בשעת די דראמא האט פאסירט. באאמטע געבן איבער אז 110 מענטשן זענען שוין אפגעפונען געווארן, אבער 5 מענטשן ווערן נאך אלס געזוכט. אלס פארזיכטיגקייט האט מען אפגעשטעלט די פראדוקציע אין די גאנצע ארומיגע געגנט, און די זוך אקציעס דורך די רעטונגס מאנשאפטן גייען נאך אלס אן אין דעם געגנט מיט פולן שוואונג. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status