Expert status · Oct 11, 2026
Expert status — video status
די טראמפ אדמיניסטראציע הייבט יעצט אן א שטרענגע קאמפיין פון absolute ISOLATION קעגן איראן. סעקרעטערי בעסענט גיט איבער אז וואשינגטאן צילט אינגאנצן אפצוהאקן איראן'ס צוטריט צו די מערב-וועלט לענדער און צו די פינאנציעלע סיסטעמען. בעסענט ערקלערט דעם ענין מער בפרטיות: "זיי וועלן מער נישט קענען באזוכן זייערע קרובים אין לאנדאן אדער זייערע פריינט אין פאריז, און אזוי אויך וועלן זיי נישט קענען צורירן צו זייערע געלטער אין שווייץ." דער סעקרעטערי באטאנט אויך אז די אמעריקאנער רעגירונג וועט ווייטער פארזעצן אפצושטעלן שיפונגען אויפ'ן אפענעם ים און קאנפיסקירן קריפטא-קארענסי נכסים וואס זענען פארבונדן מיט איראן. ער לייגט צו אז טעהראן איז נישט בכוח אפצושטעלן די אויל און געז ליפערונגען וואס פארן דורך די "סטרעיט אוו הארמוז". דער קלארער מעסעדזש פון וואשינגטאן איז, אז די רעגירנדע עליטע אין איראן דארפן פערזענליך שפירן אויף זייער אייגענער הויט דעם שווערן עקאנאמישן דרוק. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1




