Expert status · Oct 19, 2026
Expert status — video status
א מיטגליד פון די "נעשאנעל גארד" געשאסן געווארן אויף קעפיטאל היל א מיטגליד פון די נעשאנעל גארד איז פארוואונדעט געווארן פון א קויל אין זיין רעכטע פוס, בשעת ער האט פרובירט זיך אריינצומישן ביי א געפעכט וואס האט אויסגעבראכן אינדרויסן פון א באר אויף 8'טע סטריט SE, אין די בעראקס ראו / איסטערן מארקעט געגנט. לויט באריכטן האט דער אנגרייפער ארויסגעצויגן א וואפן און געשאסן; דריי אנדערע גארד מיטגלידער האבן גלייך רעאגירט און צוריקגעשאסן, טרעפענדיג דעם פארדעכטיגטן אין זיין בויך געגנט. סיי דער גארד מיטגליד און סיי דער ערוואקסענער פארדעכטיגטער זענען אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט וואונדן וואס זענען נישט לעבנס-געפארליך. ערשטע באריכטן צייגן אז דער אינצידענט איז נישט געווען פאליטיש מאטיווירט. א גרויסע צאל פאליציי און עמערדזשענסי קרעפטן געפינען זיך יעצט אויפן פלאץ, און די מעטראפאליטען פאליציי דעפארטמענט (MPD) פירט דורך אן אויספארשונג איבער די אומשטענדן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





