JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 10, 2026

Expert status — video status

דראמאטישע נייעס: דאס רעפרעזענטאנטן הויז האט יעצט בלאקירט די פארזוך פון קאנגרעסמאן טאמעס מעסי צו אימפיעטשן דעם קריגס-סעקרעטאר פיט העגסעט. מעסי'ס אכט ארטיקלען זענען אפיציעל אראפ פון טיש! פיט העגסעט האט געווינען! און מיט אים אינאיינעם האבן די אמעריקאנער טרופן געווינען. דער סעקרעטערי אוו וואר בלייבט אויף זיין פאסטן! די רעזאלוציע האט זיך באצויגן צו עטליכע ענינים, אריינגערעכנט די מלחמה מיט איראן, די אטאקעס אין תימן, די שיף-אטאקעס אין די קאריביען, דאס כאפן ניקאלאס מאדורא, און העגסעט'ס רעאקציע צו סענאטאר מארק קעלי. דאס איז שוין דאס צווייטע מאל וואס מעסי פרובירט דאס; ער האט שוין פרובירט דעם זעלבן שריט אין סעפטעמבער, אבער דעמאלטס האט ספיקער זשאנסאן פארשלאסן די זיצונג נאך פאר מ'האט געקענט שטימען. מעסי האט שוין פארלוירן זיין פריימערי פארמעסט אין מאי, און ער וועט פארלאזן קאנגרעס קומענדיגע יאנואר. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status