Expert status · Oct 12, 2026
Expert status — video status
א פרוי אין אוקריינא האט זיך געהאלטן אינמיטן פילמען, ווען פלוצלינג האט זי געהערט דעם שרעקעדיגן קול פון א מיסיל וואס קומט צו פליען אין איר ריכטונג. זי האט גלייך פרובירט צו אנטלויפן פאר איר לעבן, אבער קוים וואס זי האט געכאפט איין טריט צו מאכן פליטה, האט דער מיסיל שוין געקלאפט מיט א מעכטיגן זעץ. אזוי קורץ און שנעל איז געווען די גאנצע ווארענונג. בחסדי שמים איז זי געבליבן ביים לעבן, כאטש זי איז פארוואונדעט געווארן, און עס קוקט אויס אז איר שנעלע רעאקציע איז טאקע געווען דאס וואס האט איר געראטעוועט דאס לעבן. די גרעסטע טראגעדיע אין דעם איז די שוידערליכע מציאות אז די קולות זענען שוין ליידער געווארן באקאנט פאר די איינוואוינער אין אוקריינא. פרובירט זיך נאר פארצושטעלן וויאזוי עס קוקט אויס ווען מ'גייט זיך אן מיט'ן טעגליכן סדר היום, און פלוצלינג הערט מען א מיסיל קומען צו פליען, און מ'כאפט גלייך אז מ'מוז לויפן ראטעווען דאס לעבן. מ'ווייסט קיינמאל נישט ווען א פשוט'ע רואיגע מינוט קען זיך פלוצלינג פארוואנדלען אין אזא שרעקעדיגע און טעראריזירנדע געשעעניש Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





