Expert status · Oct 13, 2026
Expert status — video status
טערקיי האט דורכגעפירט פרישע טעסטס אויף א גאנצע מחנה פון "קאמיקאזי" דראונס וואס ווערן געפירט דורך עי-איי (AI) טעכנאלאגיע, וועלכע זענען ספעציעל דעזיינט צו אטאקירן עטליכע צילן אויפאיינמאל. אין לעצטיגע ווידיאוס פון די איבונגען זעט מען ווי צענדליגער קליינע דראונס פליען אינאיינעם אין א פארמאציע, און דערנאך לאזן זיי זיך אראפ אויף צילן אויף דער ערד מיט א סעריע פון ארגענעזירטע אויפרייסן. עס ווערט באריכטעט אז די נייע "סיוריסינעק" (SİVRİSİNEK) דראון סיסטעם פארמאגט א רעינדזש צו קענען פליען ווייטער ווי 620 מייל. די דאזיגע ווידיאוס געבן א טיפערן בליק אויף די מעגליכע השפעה וואס אזעלכע אויטאנאמישע דראון-מחנות קענען האבן אויף די היינטיגע מאדערנע מלחמות. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





