Expert status · Oct 9, 2026
Expert status — video status
די ליבעראלן פירן דורך שטורמישע פראטעסטן קעגן דעם בוי פון די גרעניץ-וואנט, ווען טייל פון זיי האבן אפילו פרובירט זיך צוצובינדן מיט קייטן צו די אייזענע שטאנגען (rebar) גלייך פארנט פון די גרויסע מאשינערי. די בארדער פעטראל אגענטן האבן אויך געדארפט ניצן א קרעין אראפצונעמען א פראטעסטירער וואס איז ארויפגעקראכן אויף א בוים, און א צווייטע פרוי איז געבליבן צוגעקייטלט צו א גראוול-טראק פאר כמעט זיבן שעה, ביז די אגענטן האבן איר ענדליך באפרייט דורך דורכזעגן די קייטן. בערך צוויי טוץ פראטעסטירער זענען שוין ארעסטירט געווארן ביז איצט.





