JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 4, 2026

Expert status — video status

טראמפ האט אין גרויסן טייל מסכים געווען מיט דזשעי די ווענס אז די קאנפליקט מיט איראן האט אונטערגעהאקט די רעפובליקאנער ביי די מידטערם וואלן. ווען מ'האט אים געפרעגט איבער דעם וואס ווענס לייגט אן די שולד פון די פארלוסטן ביי די וואלן אויף די מלחמה, האט טראמפ מודה געווען אז דאס איז "זייער אמת", היות די מצב האט גורם געווען אז די גאזאלין פרייזן זאלן ארויפשיסן אויף די קורצע טערמין. דאך האט ער קלארגעשטעלט מיט א שטארקייט אז ער וואלט נאכאמאל געמאכט פונקט די זעלבע באשלוס. "אויף די לאנגע טערמין איז דאס דער איינציגסטער ענטפער; מען קען נישט צולאזן אז איראן זאל האבן א נוקלעארע וואפן," האט טראמפ ערקלערט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status