Expert status · Oct 13, 2026
Expert status — video status
דער אינזל באלי גייט יעצט אדורך א פלוצלינגדיגע און גאר שווערע מאנגל אין גאזאלין, וואס האט פארוואנדלט דעם גאנצן אינזל אין איין ריזיגן טראפיק דזשעם. א גרויסע צאל געז סטאנציעס האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו ארבעטן, איבערלאזנדיג די דרייווערס צו ווארטן פאר לאנגע שעה'ן ביי די געציילטע סטאנציעס וואס זענען נאך יא אפן. די געגנטער וואס זענען דאס מערסטע באטראפן פונעם קריזיס זענען דענפאסאר, קוטא, באדונג, און דזשעמבראנא. אין דזשעמבראנא אליין האט דער מאנגל אין ברענשטאף אפעקטירט 14 געז סטאנציעס. די לאקאלע אינדאנעזישע מידיא זאגט אז די סיבה פאר דעם גרויסן פראבלעם איז צוליב פארשפעטיגונגען מיט די שיפן (טענקערס) וואס ברענגען די גאזאלין. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





