JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 12, 2026

Expert status — video status

די פראנצויזישע פלאט (נעווי) האט צום ערשטן מאל אפגעשטעלט און ארויפמארשירט אויף א רוסישע "שאטן-פלאט" טאנקער שיף אינעם אינדיאנער אקעאן. די שיף, וואס ווערט אידענטיפיצירט אלס די "די-עף פיק" (DF Peak), איז איבערגעכאפט געווארן מער ווי 450 נאטישע מייל דרום פון רעאוניאן, בשעת זי האט געשוואומען אונטער די פאן פון בענין. די דאזיגע טאנקער שיף געפינט זיך אויף די סאנקציעס-ליסטע פונעם אייראפעאישן פאראיין, און ווערט שוין אפיציעל אנערקענט אלס א טייל פון רוסלאנד'ס געהיימע פלאט זינט יוני 25, 2024, ווען זי האט נאך אפערירט אונטערן נאמען "קאלינינגראד". די פראנצויזישע אויטאריטעטן געבן איבער אז די שיף איז געפארן אונטער א פאלשע פאן כדי זיך אויסצובאהאלטן. נאך א ספעציעלע פארלאנג פונעם פראקוראר, איז די שיף געצוואונגען געווארן צו טוישן איר ריכטונג און ווערט יעצט באגלייט דורך די פראנצויזישע מיליטערישע שיפן. פראנקרייך זאגט אז די דאזיגע אקציע צייגט קלאר זייער פארפליכטונג צו באקעמפן רוסלאנד'ס שאטן-פלאט און אנהאלטן די אינטערנאציאנאלע ים-געזעצן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status