JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 25, 2026

Expert status — video status

א פאסאזשירן באס האט זיך אראפגעקייקלט פון א הויכע בארג נאכן זיך צונויפשטויסן מיט א קאר נעבן בארצעלאנע, שפאניע, איבערלאזנדיג 83 מענטשן פארוואונדעט, לויט ווי די רעטונגס אגענטורן געבן איבער. די שרעקליכע עקסידענט האט פאסירט אין פאגארס דע מאנטקלוס, וואו דער באס איז לויט באריכטן געפאלן בערך 20 מעטער (65 פוס) אראפ פון א שיפע בארג זייט. זיבן מענטשן זענען שווער פארוואונדעט געווארן, 18 האבן געליטן מיטלמעסיגע וואונדן, און נאך 58 זענען לייכט פארוואונדעט געווארן. רעטונגס מאנשאפטן האבן ארויסגעשיקט 23 אמבולאנסן און צוויי מעדיצינישע העליקאפטערס צום ארט פון די דראמאטישע עקסידענט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status