Expert status · Nov 12, 2026
Expert status — video status
צה"ל און דער שב"כ האבן געמאלדן אז זיי האבן דורכגעפירט א לופט אטאקע איבערנאכט, צילנדיג א הויכראנגיגן כאמאס טעראריסט צוזאמען מיט נאך עטליכע טעראריסטן וועלכע האבן אפערירט אינעם נאסער שפיטאל אין כאן יונס, וואס געפינט זיך אין דרום עזה. לויט ווי די מיליטער געבט איבער, האט כאמאס אויסגעניצט דעם שפיטאל אויף צו האלטן דארט גרויסע זאפאסן פון וואפן, פירן קאמאנדא צענטערן, און דארט האלטן, אויספארשן און פייניגן ארעסטאנטן. צה"ל האט אויך ארויסגעגעבן אן אוידיאו רעקארדירונג פון א שמועס צווישן אן אפיציר און א הויכער באאמטער אין דעם עזה געזונטהייט מיניסטעריום, וואו מ'הערט איבער דעם וויאזוי כאמאס ניצט אויס די שפיטעלער פאר זייערע טעראר אקטיוויטעטן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 13, 2026 · זעט: דראמאטישע ווידעא כאפט אויף די רגע ווען א קרוז שיף האט ז

- Expert statusNov 13, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 13, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 13, 2026 · ברעיקינג: א קארגאו לאסט שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א ריוו

- Expert statusNov 13, 2026 · א טערקישער פאליציי אפיציר האט ארומגעכאפט א זעלבסטמערדער פראט

- Expert statusNov 13, 2026 · זעלענסקי'ס מאטארקאדע איז באווארפן געווארן מיט אייער אין דובל
