Expert status · Oct 13, 2026
Expert status — video status
אן אומגעווענליכע און שטורמישע פארפלייצונג ביי די באקאנטע "איגואסא וואסערפאלן". די ריזיגע וואסערפאלן, וואס געפינען זיך אויפ'ן גרעניץ צווישן ארגענטינע און בראזיל, ווערן יעצט איבערגעשוועמט מיט א מאסיווען שטראם, ווען די וואסער פלוסט מיט א כוח פון 12,000 קוביק מעטער פער סעקונדע! דאס איז אומגעפער ניין מאל מער ווי די נארמאלע מאס וואסער וואס פלוסט דארט געווענליך א גאנץ יאר. דער מצב איז אזוי קריטיש, אז די גרופעס ארבעטער זענען יעצט אקטיוו פארנומען צעצונעמען די "וואלק-וועי" (walkway) בריקן וואס פירן צום באקאנטן "דעוויל'ס טראוט" (Devil's Throat) – איינע פון די הערליכסטע פלעצער דארט – כדי צו היטן אויף די סטרוקטור אז עס זאל חלילה נישט חרוב ווערן פון די שטארקע פארפלייצונגען וואס קומען מיט א געוואלדיגע מאכט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1




