Expert status · Oct 18, 2026
Expert status — video status
ס'איז אפיציעל: די "ניו יארק טיימס" באריכטעט אז לעגאלע אימיגראציע פון מוסולמענער לענדער איז דראסטיש געפאלן מיט איבער 90% דורכאויס פרעזידענט טראמפ'ס טערמין, און נייע אימיגראנטן וויזעס פון אפריקע זענען געפאלן מיט 89%. אזעלכע ריזיגע שניטן אין לעגאלע אימיגראציע האט מען נישט געזען זינט די 1920ער יארן! וויזעס פאר צענטראל אזיע? אראפ מיט 99%. די מיטל מזרח? אראפ מיט 81%. עס איז יעצט "כמעט אוממעגליך" צו אימיגרירן קיין אמעריקע פון כמעט 100 לענדער. טראמפ האט געשניטן לעגאלע אימיגראציע אויף די העלפט: די סטעיט דעפארטמענט האט ארויסגעגעבן בלויז 26,000 אימיגראנטן וויזעס אין פעברואר, א שארפע חילוק פונעם דורכשניט פון 52,000 א חודש בעפאר ער איז אריינגעקומען אין אמט. די ניו יארק טיימס שרייבט אז זיינע פאליסיס האבן עס געמאכט "כמעט אוממעגליך" צו אימיגרירן פון 91 לענדער, און האט רעדוצירט די צאל וויזעס פאר נאך 61 לענדער Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1





