JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 11, 2026

Expert status — video status

מדינת ישראל שטעלט פאר נייע לאנג שטרעגיגע מיסיל די באקאנטע פארטיידיגונג פירמע "רעפאל" האט אנטפלעקט א נייע לאנג שטרעגיגע 'קרוז מיסיל' מיט'ן נאמען "סופער אייס" (SUPER ICE), וואס איז אויסגעשטאט מיט א מעכטיגע ווארהעד פון טויזנט פונט וואס ארבעט צוזאמען מיט די "מארק 83" באמבע. די נייע מיסיל פארמאגט א כח צו טראגן פיר מאל אזויפיל וואג ווי אירע פריערדיגע מאדעלן, די "אייס ברעיקער" און "סי ברעיקער", וועלכע האבן געהאט ווארהעדס פון בלויז 250 פונט און א רעינדזש פון ביז 300 קילאמעטער. כאטש רעפאל האט נישט ארויסגעגעבן די גענויע רעינדזש פונעם נייעם "סופער אייס", זאגן זיי אבער אז עס איז ספעציעל דעזיינט צו קענען גרייכן ווייטע סטראטעגישע צילן. די מיסיל פארמאגט פארגעשריטענע סיסטעמען פאר אויטאנאמישע נאוויגאציע, די מעגליכקייט צו פליען גאר נידעריג איבערן באדן, און קען טרעפן דעם ציל מיט פונקטליגקייט אין סיי וועלכע וועטער. די מיסיל איז זייער פלעקסיבל און קען ווערן ארויסגעשאסן סיי פון קאמף פליגערס, סיי פון קריגס שיפן, און סיי פון לאנטשערס אויפ'ן באדן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status