JewishStatusOpen the app

Expert status · Oct 14, 2026

Expert status — video status

א 44-יעריגע פרוי וועלכע איז אראפגעפאלן פון א "רויעל קאריביען" קרוז שיף נעבן די ברעגעס פון זאקינטאס, גריכנלאנד, איז בחסדי שמים געפונען געווארן לעבעדיג נאכן זיך געפינען פאר גאנצע 20 שעה אין די טיפע וואסערן פונעם ים. די פרוי, א בירגער פון על סאלוואדאר, איז לויט די באריכטן אריינגעפאלן אין וואסער דעם פארגאנגענעם פרייטאג, און מען האט איר געפונען ערשט 20 שעה שפעטער, אום שבת. זי איז געפונען געווארן שווימענדיג אינעם "איוניען" ים נעבן דעם אינזל זאקינטאס בשעת זי האלט זיך אן אין א רעטונגס-רינג (lifebuoy), און זי איז אפגעראטעוועט געווארן דורך די גריכישע קאוסט גארד. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status