Expert status · Oct 11, 2026
Expert status — video status
צוויי אינדיאנער מאטראזן ווערן געזוכט נאכדעם וואס אן אויל טאנקער איז לויט באריכטן אטאקירט געווארן דורך א דראון נעבן די ברעגן פון אמאן. די שיף "MT PETRO DOLPHIN", וואס טראגט די פאן פון ניקאראגוא, איז לויט די באריכטן געטראפן געווארן זונטאג אינדערפרי בשעת זי האט געווארט אריינצוגיין אין דעם סאהאר פארט. צען פון די צוועלף מאנשאפט מיטגלידער זענען שוין ב"ה געראטעוועט געווארן, און די זוך-גרופעס ארבעטן איצט צו געפינען די איבעריגע צוויי. די דאזיגע פאסירונג זארגט שטארק די עקספערטן, וויבאלד די שיף האט נישט פרובירט דורכצופארן קיין בלאקאדע אדער זיך דרייען אין קיין געפערליכע פלעצער; זי איז פשוט געשטאנען פארקערט ביי די זייט און געווארט אריינצוגיין אין פארט. דערווייל איז די אטאקע נאכנישט באשטעטיגט געווארן דורך אנדערע מקורות, און מען ווייסט נאכנישט ווער עס זאל נעמען די אחריות דערויף. אבער פאר די משפחות פון די צוויי פעלנדע מאטראזן, זענען די אלע גרויסע פאליטישע שמועסן איבער די וועלט אינגאנצן נישט נוגע. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1




