Expert status · Nov 2, 2026
Expert status — video status
דריי אנטי מדינת ישראל אקטיוויסטן האבן זיך מיט כח אריינגעבראכן אין א בריטישע מיליטערישע טעכנאלאגיע פאסיליטי און חרוב געמאכט עקוויפמענט מיט גרויסע סלעדזש העמערס בעפאר מ'האט זיי ארעסטירט. די גרופע "People Against Genocide" האט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר'ן אינצידענט, ערקלערנדיג אז זיי האבן בכוון געפלאנט די אטאקע זאל געפאלן פונקט אויפ'ן טאג פונעם יארצייט פונעם באלפור דעקלאראציע פון יאר 1917, דורך וועלכע ענגלאנד האט דעמאלטס אויסגעדריקט איר שטיצע פאר'ן אויפשטעלן א אידישע לאנד. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1




