Expert status · Nov 8, 2026
Expert status — video status
א געפערליכע "כמעט-צוזאמענשטויס" האט פאסירט העכערן לאס אנדזשעלעס לופטפעלד (LAX), ווען אן עיר פראנס A350 און אן אמעריקן עירליינס A321 זענען געקומען געפערליך נאנט איינס צום צווייטן תיכף נאכן זיך הייבן. דער אינצידענט האט פאסירט ווען עיר פראנס רייזע 28 א ריזיגער A350 פליגער אויפן וועג קיין פאפיטי האט זיך געהויבן פון ראנוועי 24L און געמאכט א לינקע דריי אן קיין רשות. מיט דעם האט ער זיך אריינגעבלאזן אינמיטן דעם וועג פון אמעריקן עירליינס רייזע 1660, אן A321 פליגער וואס האט געהאלטן ביים פליען קיין דאלעס-פארט וואורט, נאכדעם וואס יענער האט זיך פונקט געהויבן פון ראנוועי 25R. לויט די ראדאר דאטא זענען די צוויי עראפלאנען, וואס האבן געטראגן אינאיינעם בערך 400 ביז 450 פאסאזשירן, געווען אזוי נאנט ווי בלויז 300 ביז 400 פיס אין דער הייך, און ווייניגער ווי א מייל האריזאנטאל. די לופט-קאנטראלערס פון "סאוקאל דיפארטשור" האבן גלייך רעאגירט און באפוילן פאר די עיר פראנס מאנשאפט אפצושטעלן דעם דריי און פליען גראד צו מערב, בשעת פארן אמעריקן עירליינס פליגער האבן זיי אנגעזאגט צו בלייבן אויף די יעצטיגע הייך. Expert status: https://wa.me/messa
More from Expert status
- Expert statusNov 13, 2026 · זעט: דראמאטישע ווידעא כאפט אויף די רגע ווען א קרוז שיף האט ז

- Expert statusNov 13, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 13, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 13, 2026 · ברעיקינג: א קארגאו לאסט שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א ריוו

- Expert statusNov 13, 2026 · א טערקישער פאליציי אפיציר האט ארומגעכאפט א זעלבסטמערדער פראט

- Expert statusNov 13, 2026 · זעלענסקי'ס מאטארקאדע איז באווארפן געווארן מיט אייער אין דובל
