Expert status · Oct 25, 2026
Expert status — video status
זונטאג נאכט האבן די מיליטערישע כוחות פארזיגלט די הייזער פון די צוויי טעראריסטן וואס האבן דורכגעפירט די בלוטיגע אטאקע נעבן חברון דעם פארגאנגענעם פרייטאג, וואו עס זענען ליידער אומגעקומען די צוויי זעלנער ראן יונתן רויטמאן הי"ד און יובל שי סווילעם הי"ד. ביידע טעראריסטן זענען עלימינירט געווארן דורכאויס דעם אינצידענט, און דאס מיליטער גייט יעצט ווייטער מיט די פלענער אינגאנצן חרוב צו מאכן זייערע הייזער. דערצו האבן די טרופן ארעסטירט נאך 12 פארדעכטיגטע איבערנאכט, וואס דאס הייבט אויף די צאל ארעסטן צו בערך 50 זינט די אפעראציע קעגן טעראר האט זיך אנגעהויבן. מער ווי 500 לאקאציעס איבער גאנץ חברון זענען שוין דורכגעזוכט געווארן, וואו מ'האט געפונען געווער און קאנפיסקירט אומלעגאלע קארן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 4, 2026 · די רעפובליקאנער פארטיי קען זיך טרעפן פאר א גאר שווערע מערכה

- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 4, 2026 · די בריטישע פאליציי האט היינט דורכגעפירט ארעסטן צווישן פראטעס

- Expert statusNov 4, 2026 · אידן זענען צוריקגעקומען קיין יריחו צום ערשטן מאל זינט די אוס
