Expert status · Nov 8, 2026
Expert status — video status
פרישע נייעס: פרעזידענט טראמפ האלט זיך שטארק צוריק פון דורכפירן מאסיווע אטאקעס אויף איראן, צוליב די שווערע השפעה וואס דאס וועט האבן אויף די איראנער איינוואוינער. טראמפ האט זיך אויסגעדריקט: "איך קען אריינגיין און זיי אויפרייסן ממש יעצט. די שאלה איז נאר אז מ'וועט עס קיינמאל נישט קענען צוריק אויפבויען. אויב איך רייס אויף די בריקן און די פאוער פלענטס (עלעקטרישע סטאנציעס)... די זאך וואס איז די שווערסטע צוריק אויפצובויען זענען די גרויסע בריקן. עס וועט זיי נעמען 10, 12, אדער 15 יאר עס איבערצובויען. דאס זעלבע מיט די פאוער פלענטס; דאס איז די צווייטע שווערסטע זאך. צוריקצושטעלן די פאוער לייגט א געפערליכע לאסט אויף די מענטשן, און איך גלייך דאס נישט." דעם וויקענד האט די אדמיניסטראציע אנגעהויבן אן ארבעט אפצושניידן דעם רעזשים דורך די יבשה, נישט בלויז דורך א בלאקאדע אויפ'ן וואסער, און מ'וועט ווייטער אנהאלטן דאס דערשטיקן דעם רעזשים. מאקסימום דרוק און קיין שום נוקלעארע וואפן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 13, 2026 · זעט: דראמאטישע ווידעא כאפט אויף די רגע ווען א קרוז שיף האט ז

- Expert statusNov 13, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 13, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 13, 2026 · ברעיקינג: א קארגאו לאסט שיף האט זיך צוזאמגעשטויסן מיט א ריוו

- Expert statusNov 13, 2026 · א טערקישער פאליציי אפיציר האט ארומגעכאפט א זעלבסטמערדער פראט

- Expert statusNov 13, 2026 · זעלענסקי'ס מאטארקאדע איז באווארפן געווארן מיט אייער אין דובל
