JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 8, 2026

Expert status — video status

די מדינה גרייט זיך ארויסצושיקן פערצן אויסלענדישע בירגער וואס זענען ארעסטירט געווארן דעם פארגאנגענעם פרייטאג בשעת א פאלעסטינער איילבירטן-זאמלונג נעבן רמאללה. לויט די מדינה פאליציי, זענען די חברה חושד אין שטערן די פאבליק ארדענונג, און די אויספארשונגען צייגן אז זיי האבן געהאט בדעה אנצופירן מידיא קאמפיינס קעגן די מדינה. עס ווערט אויך באריכטעט אז טייל פון די ארעסטירטע זענען שטיצער פון די BDS באוועגונג. אינאיינעם מיט זיי זענען אויך דריי פאלעסטינער ארעסטירט געווארן און זיי ווערן נאך אויסגעפארשט. פון די אנדערע זייט, האט די אקטיוויסטן גרופע "פזעה" (Faz3a) אפגעווארפן די ווערסיע פון די פאליציי, טענה'נדיג אז די מתנחלים האבן זיך אנגעהויבן מיט די גרופע און זיי פארהאלטן נאך פאר די פאליציי איז אנגעקומען אויפ'ן פלאץ. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status