Ezra Friedlander · Jul 19, 2026
Ezra Friedlander — photo status
*קידוש השם: חסידישע מארקעטינג פירמע אפגעזאגט גרויסע קאנטראקט מיט ארקיע לופטליניע צוליב חילול שבת* קרית יואל - איינע פון די גרויסע היימישע מארקעטינג פירמעס האט פאראורזאכט א גרויסע קידוש השם נאכן אפזאגן א גרויסע קאנטראקט וואס וואלט זיי געברענגט שיינע פארדינסטן, אלעס צוליב נישט פארשוועכן דעם כבוד פון שבת קודש. די רעדע איז פון די באקאנטע ׳דארט מידיע׳ פירמע וואס האט ערהאלטן א פארלאנג פון די מדינת ישראל באזירטע ׳ארקיע׳ לופטליניע צו זיי מארקעטן ביים היימישע ציבור, און פארשטייער פון די פירמע האבן שוין אנגעהויבן דורכשמועסן די דעטאלן איבער די מעגליכע אפמאך צו ארבעטן אינאיינעם. אבער אין די ענדע האט דער פארזיצער פון די פירמע דער טאלנטפולער ר׳ דוד קויפמאן דעם ענדע וואך אפגעשיקט א לענגערע אימעיל צום לופטליניע, אז נאכן איבערשמועסן די דעטאלן מיט רבנים צוליב וואס עס איז קלאר געווארן אז די פירמע אפערירט אום שבת קודש, קענען זיי דאס נישט אננעמען. *זעמל*, אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ *צו באקומען אויף סטאטוס קליקט דא:* https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1 *צו באקומען אויף די גרופעס קליקט דא:* https://chat.whatsapp.com/IGS39n9hm6s7iRRGZSB0o0?mode=r_c


