Ezra Friedlander · Aug 18, 2026
Ezra Friedlander — text status
די עקסידענט האט פאסירט אויף די רוט 55 אין סוואן לעיק ארום צען אזייגער ביינאכט, ווען א קאר האט פארלוירן קאנטראל און אראפגעקלאפט ר' חיים יוסף, הצלה איז אנגעקומען אויפן סצענע און אים באהאנדלט מיט גאר שווערע וואונדן, אצינד געפונט ער זיך אין שפיטאל וואו מען האפט אויף בעסערע רעזולטאטן. אידן זענען מתפלל פאר הרה"ג ר' חיים יוסף בן אסתר רבקה בתוך שאר חולי ישראל.


