Ezra Friedlander · Aug 17, 2026
Ezra Friedlander — text status
ארא פארק - אידן איבער די וועלט ווערן גערופן צו מתפלל זיין פאר כ"ק אדמו"ר מצאנז בארא פארק שליט"א, זוהן פון כ"ק האדמו"ר מצאנז גריבוב זצ"ל, וועלכע געפינט זיך אין גאר שווערע צושטאנד און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.
דער רבי וועלכער האט מיט זעקס יאר צוריק איבערגענומען דעם כתר האדמורו"ת מוטשעט זיך די לעצטערע יארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע און געפינט זיך אינדערהיים אונטער מעדיצינישע אויפזיכט, לעצטנס האט זיך די צושטאנד פארערגערט און דערצו איז צוגעקומען נאך פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס וואס האבן פארשווערט די צושטאנד.


