Ezra Friedlander · Aug 4, 2026
Ezra Friedlander — video status
*אויטעריטען אין עסטרייך און שווייץ פארלאנגען אידישע וואקאציאנערן צו איינהאלטן געזעצן* אייראפע - שטייענדיג אין די יעצטיגע טעג ווען טויזנטער אידן פון איבער אייראפע און ארץ ישראל לאזן זיך ארויס אויף וואקאציע צו די שיינע שטעטלעך אין שווייץ, עסטרייך, און פראנקרייך, זענען ארטיגע אויטעריטען ארויס מיט א רוף צו ווארענען באזוכער איינצוהאלטן די לאקאלע געזעצן, נישט צו פאראורזאכן קיין אומאנגענעמליכקייטן. אויטעריטען אין עסטרייך האבן פראקלאמירט דעם ווארענונג דורכן באקאנטן חרדישע וואקאציע אראנזשירער פון ארץ ישראל ר׳ דודי רובינשטיין וועלכע האט ערקלערט און געברענגט אן אויפוואכונג איבער די לעצטיגע אינצידענטן וואס האבן געשאפן א חילול השם. אין שווייץ האט העסקן ר׳ מנחם דויטש ארויסגעשטעלט א ווארענונג פון די פאליציי, אין עטליכע שפראכן, איבער פארלעצונגען ביים רייזן מיט עלעקטריק סקוטערס, און נאך. *זעמל*, אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ *צו באקומען אויף סטאטוס קליקט דא:* https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1 *צו באקומען אויף די גרופעס קליקט דא:* https://chat.whatsapp.com/IGS39n9hm6s7iRRGZSB0o0?mode=r_c


