Ezra Friedlander · Jul 19, 2026
Ezra Friedlander — text status
באלטימאר - א שרעקליכע טראגעדיע האט באטראפן די אידישע געמיינדע אין שטאט דעם דאנערשטאג, ווען א קליין איין יעריג יונגל, היניק דובי רייכמאן ע"ה זוהן פון יבלחט"א ר׳ יעקב יצחק הי"ו, איז ל"ע טראגיש נפטר געווארן נאכן ווערן איבערגעלאזט אין א הייסע קאר ווען טעמפעראטורן האבן דערגרייכט נאנט צו 100 דעגרי.
די טראגעדיע האט איבערגעלאזט די באלטימאר געמיינדע ערשיטערט און צעבראכן, און הונדערטער זענען ארויסגעקומען באגלייטן די מיטה ביים לוויה וואס איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג ביי די אגודת ישראל בית החיים וואו ער איז דערנאך געקומען לקבורה.


