JewishStatusOpen the app

Ezra Friedlander · Aug 16, 2026

Ezra Friedlander — photo status

דער גרויסער שטראָם ביים יאָרצייט האָט אויך אויפגעוויזן ווי שטאַרק דער נאָמען ליסקא איז פאַרבליבן איינגעקריצט ביי אידישע קינדער. דער אור פונעם הייליגן בעל אך פרי תבואה זי״ע, זיין הייליגע ירושה און דער געוואַלדיגער זכות וואָס ער האָט איבערגעלאָזט פאַר די דורות, ברענגען ווייטער אידן פון אַלע עקן זיך אויסצובעטן ביים ציון הקדוש. "קרן בית ליסקא" וועט בעזרת השם פאָרזעצן מיט די פעולות אויפן אָרט, צו קענען אויפנעמען די פילע אידן וואָס קומען במשך דעם גאַנצן יאָר, און באַזונדער אין די טעג אַרום דעם יומא דהילולא. דער ציל איז, אַז יעדער יחיד און יעדע גרופּע זאָל קענען צוקומען צום ציון און זיך אויסגיסן דאָס האַרץ מיט ישוב הדעת, אויף אַן אופן וואָס פּאַסט פאַרן גרויסן כבוד פונעם צדיק און דעם מקום קדוש.

Watch in the app All of Ezra Friedlander's statuses

More from Ezra Friedlander