Ezra Friedlander · Jul 16, 2026
Ezra Friedlander — photo status
*לקיים בנו חכמי ישראל: כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א אפגעפירט אין שפיטאל נאך ליידן פון הארץ אטאקע ל"ע* בני ברק - אידן איבער די וועלט האבן אויפגענומען די שווערע בשורה אז כ"ק אדמו"ר מאוזרוב שליט"א האט געליטן פון א הארץ אטאקע ל"ע, און געפונט זיך שפיטאל זייענדיג אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים. דער רבי איז געווען ביי תפילת שחרית ווי געווענדליך אין ביהמ"ד קהל אוזרוב חאנטשין אויף די חזון איש גאס ווען ער האט זיך פלוצלינג אנגעהויבן נישט גוט שפירן, און דערנאך ליידער געפאלן באוואוסטלאז. רעטונג אגענטורן זענען אין איילעניש אנגעקומען צום סצענע און באהאנדלט דעם רבי'ן און דערנאך אפגעפירט צו די תל השומר שפיטאל אויף ווייטערדיגע באהאנדלונגען, און עס דורכגעפירט געווארן א סטענד פראצדעור אויפן הארץ. כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין פאר מרן רבי תנחום בנימין בן מרים לרפו"ש, בתוך שאר חולי ישראל. *זעמל*, אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ *צו באקומען אויף סטאטוס קליקט דא:* https://wa.me/message/GI5J7Z6IZJB2E1 *צו באקומען אויף די גרופעס קליקט דא:* https://chat.whatsapp.com/IGS39n9hm6s7iRRGZSB0o0?mode=r_c


