Ezra Friedlander · Aug 3, 2026
Ezra Friedlander — text status
א ביטערע טראגעדיע האט פאסירט היינט אין ארץ ישראל, ווען א איין און צוואנציג יעריגער ישיבה בחור וואס איז פארגאנגענע וואך א חתן געווארן, איז ליידער טראגיש אומגעקומען רח"ל, זייענדיג אויף א אויספלוג אין די בין הזמנים טעג.
הב' מאיר שער ע"ה איין און צוואנציג יאר אלט, איז געווען א תלמיד אין די פאנאוויטשער ישיבה אלע זיינע בחור'ישע יארן, פארגאנגענע וואך האט ער געפראוועט זיין שידוך שליסן מיט א פרייליכן געמיט, אבער ליידער האט אצינד פאסירט די שרעקליכע טראגעדיע ווען ער איז פריצייטיג פארשניטן געווארן ה"י.
אינאיי


