Kremel · Oct 5, 2026
Kremel — photo status
קרעמל: די מדינת ישראל אינסטאנצן האבן ארעסטירט א זעכציג יעריגן אידישן באטריגער פון פתח תקווה, וואס האט אין די פארלאפענע דריי יאר קאנספירירט א מערדערישן טעראר פלאן. לויטן פלאן האט ער פרובירט צו שאפן 72 אידישע טעראריסטן וועלכע זאלן אין א ליאדע מינוט דורכפירן קאנצענטרירטע אטאקעס אויף אראבער איבער גאנץ ארץ ישראל און אין די שטחים, כדי זיי צו צווינגען צו אנטלויפן פון לאנד. דער באטריגער, וועלכער דינט אלס א מאטעמאטיק לערער אין בר אילן אוניווערסיטעט, האט שאנטאזשירט עטליכע מיליטערישע פערזענליכקייטן דורך שיקן סטראשונקע בריוו און שווארץ-פאסט מעסעדזשעס, פרובירנדיג זיי צו צווינגען צו מיטארבעטן מיט אים. לויט זיין פלאן וואלטן די 72 טעראריסטן צוטיילט געווארן אין צוועלף פראקציעס צו פארטרייבן מיליאנען אראבער פון איבערן לאנד. שב״כ האט באוויזן צו פארמיידן די אטאקע און דער באטריגער געפינט זיך יעצט אין תפיסה, ווען זיין נאמען איז דערווייל פארבאטן צו פארעפנטליכן. *קרעמל* סטאטוס: https://wa.me/message/NM5RZCKYQEJYL1 גרופעס: https://chat.whatsapp.com/G4vBduW4CgPBSJH3TeSGyf
More from Kremel
- KremelNov 4, 2026

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: גאסן בעאיינפלוסער חיים פערלאוויטש טיילט מיט סצענעס פו

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: פילאנטראפ-דזשוניאר יושע לאנדא, זון פון מאגנאט און ביל

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: שרעק אין קרית יואל ווען פרישער איסלאמישער צענטער ווער

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: סצענע פונעם מאסיווע ''אברמי סוואב דרייוו'' היינט אין

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: קרעמליזאציע אין שוואונג ווען גאסן בעאיינפלוסער חיים פ
