Kremel · Aug 15, 2026
Kremel — video status
קרעמל: אויסשליסליכע דעטאלן: די פארלוירענע און געטראפענע מוטער האבן פארלאזט א״י נישט איידערן ארויסנעמען פופציג טויזנט שקלים קעש, און דאן געפלויגן קיין פראג, זיך איינהאנדלענדיג טעלעפאנען אנע אידענטיפיקאציע. פון פראג זענען זיי געפארן קיין וויען, וואו זיי האבן זיך פאטאגראפירט אין פאפולערע ערטער, און ארויסגעשיקט צו די פאמיליע מאמענטן איידערן פארלעשן די טעלעפאנען און זיך הייבן קיין דייטשלאנד, וואס פון דארט זענען זיי געפארן קיין דרום-אמעריקע, קויפנדיג פינף גאנצע טעג וואס צענדליגער אגענטורן זוכן זיי אין אייראפע, ווען זיי זענען שוין לאנג נישט דארט. די גאר כיטרע און פיפיגע טאקטיקן וואס זיי האבן גענוצט צייגט אז זיי האבן געוואלט פטור ווערן פון זייערע אידענטיטעטן אין פארשוואונדן ווערן פון האריזאנט, און זענען נישט פארכאפט געווארן ווי די פאמיליע האט אריגינעל פרובירט שטעלן דעם נאראטיוו. ווען די אינטערפאל אגענטורן און שב״כ האבן זיי אפגעפונען, זענען זיי באלד באפרייט געווארן, און נישט פארהאלטן געווארן פאר גניבה און שווינדלעריי, ווי נייעס אגענטורן האבן פרובירט פארציילן. אין ווידעא: די מוטער און טאכטער ביים אפגעפונען ווערן.
More from Kremel
- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: היסטאריש: האלטנדיג פיר און צוואנציג שעה נאך די וואלן

- KremelNov 4, 2026

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: גאסן בעאיינפלוסער חיים פערלאוויטש טיילט מיט סצענעס פו

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: פילאנטראפ-דזשוניאר יושע לאנדא, זון פון מאגנאט און ביל

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: שרעק אין קרית יואל ווען פרישער איסלאמישער צענטער ווער

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: סצענע פונעם מאסיווע ''אברמי סוואב דרייוו'' היינט אין
