Kremel · Aug 29, 2026
Kremel — photo status
קרעמל: אין ווייטערדיגע באריכטן אנבלאנגט די אויסשליסליכע אויפדעקונג פרייטאג דורך קרעמל אז די ווייסע הויז האט געלאדנט א צאל אדמור"ים ורבנים, מעלדן מיר פרישע ערשטמאליגער אויסשליסליכע דעטאלן. אין די שטובער פון די אדמור"ים קאכט זיך אין די יעצטיגע טעג צו די רבי׳ס זעלבסט זאלן פארן זיך באטייליגן ביים זיצונג, און ווי עס הייסט יעצט וועט האדמו"ר מסקווירא בלויז שיקן בנו הגדול הרה"צ ר' אהרן מענדל, האדמורי"ם מסאטמאר מהר"יי און האדמו"ר מבאבוב קלערן אויך צו שיקן א זוהן. האדמו"ר מסאטמאר מהר"א האט גערעדט דערפון פרייטאג צונאכטס, זאגנדיג אז אלול איז שווערע צייט פאר אזא זיצונג, אבער די גבאים ווילן א פריוואטע אודיענץ מיטן רבי'ן און דער פרעזידענט, צו באשטעטיגן דעם רבי'ס פערזענליכע באטייליגונג צום זיצונג. האדמו"ר מוויזשניץ מאנסי קערט זיך צוריק פונעם נסיעה הגדולה ערשט מיטוואך נאכט און האט נאכנישט באשלאסן זיין פערזענליכע באטייליגונג. האלט מיט ווייטערדיגע באריכטן און אנטוויקלונגען דא אויף קרעמל. *קרעמל* סטאטוס: https://wa.me/message/NM5RZCKYQEJYL1 גרופעס: https://chat.whatsapp.com/G4vBduW4CgPBSJH3TeSGyf
More from Kremel
- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: היסטאריש: האלטנדיג פיר און צוואנציג שעה נאך די וואלן

- KremelNov 4, 2026

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: גאסן בעאיינפלוסער חיים פערלאוויטש טיילט מיט סצענעס פו

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: פילאנטראפ-דזשוניאר יושע לאנדא, זון פון מאגנאט און ביל

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: שרעק אין קרית יואל ווען פרישער איסלאמישער צענטער ווער

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: סצענע פונעם מאסיווע ''אברמי סוואב דרייוו'' היינט אין
