Kremel · Sep 1, 2026
Kremel — photo status
קרעמל: אויסשליסליכע ענדגילטיגע דעטאלן איבער היסטארישן נסיעת האדמורי"ם און ראשי ישיבה דאנערשטאג קיין וואשינגטאן: די היסטארישע באזוך וועט זיך אנהייבן אום 12:00 אזייגער מיטאג אינעם עקזעקטיוו אפיס געביידע, א פליגל פונעם ווייסן הויז. פון דארט וועט מען אום 1:00 אזייגער מיטאג גיין צום מיטינג אינעם רוזעוועלט צימער סטאנציאנירט אינעם "וועסט ווינג" זיך צו טרעפן מיט אדמיניסטראציע בעאמטע, דארט וועט בלויז זיין ערלויבט איין באגלייטער, אויסער האדמו"ר מסאטמאר מהר"א וועלכע וועט פארמאגן צוויי באגלייטער. אום 2:00 אזייגער וועט די דעלעגאציע זיך טרעפן פאר א פאראייניגטע זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ, אן קיין באגלייטער. האדמו"ר מסאטמאר מהר"א וועט בעפארן גרויסן מיטינג אפהאלטן א פריוואטע זיצונג מיטן פרעזידענט פאר זיבן מינוט. אין די יעצטיגע מינוטן איז פארהאן שתדלנות אז דער רבי פון איין חצר פון בארא פארק זאל ווערן געלאדנט, אבער דערווייל איז פארהאן שטערונגען אויסערן ווייסן הויז. *קרעמל* סטאטוס: https://wa.me/message/NM5RZCKYQEJYL1 גרופעס: https://chat.whatsapp.com/G4vBduW4CgPBSJH3TeSGyf
More from Kremel
- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: היסטאריש: האלטנדיג פיר און צוואנציג שעה נאך די וואלן

- KremelNov 4, 2026

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: גאסן בעאיינפלוסער חיים פערלאוויטש טיילט מיט סצענעס פו

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: פילאנטראפ-דזשוניאר יושע לאנדא, זון פון מאגנאט און ביל

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: שרעק אין קרית יואל ווען פרישער איסלאמישער צענטער ווער

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: סצענע פונעם מאסיווע ''אברמי סוואב דרייוו'' היינט אין
