JewishStatusOpen the app

Kremel · Nov 8, 2026

Kremel — video status

קרעמל: פאלעסטינער - אן אויסגעזויגן פאלק - האלטן אז מיטן פלאנצן איילבירטן בוימער שטארקן זיי זייער טענה אויפן שטח פון ארץ ישראל, זאגנדיג אז ס׳געהערט שוין צו זיי פאר טויזנטער יאר. זיי פלאנצן אומלעגאל ביימער, און דערנאך קומען זיי טענה׳ן אז ס׳איז זייער שטח, והא ראי׳ אז דא עקזיסטירט אונזערס אן איילבירטן בוים. אזוי אויך, ווען עס קומט צו שניידן די איילבירטן, קומען זיי מיט קאמערעס און טעראר-שטיצער און פאבריצירן סצענעס ווי גלייך מען רודפ׳ט זיי. מיט דער צייט איז עס פארוואנדלט געווארן אין א מערכה ווען פילע מערב-וועלט מענטשן רעכט פארזארגער קומען פראוואקירן אונטערן שלייער פון ״קלויבן איילבירטן״ יעצט אינעם סעזאן. מיט עטליכע וואכן צוריק איז צוריקגעבליבענער זעלבסט-האסנדער ברעד לענדער פארהאלטן געווארן אין אזא פראוואקאציע, און טעגליך טוט דער איזראעלי מיליטער פארשיקן באטריגער וועלכע קומען ווארפן שטיינער און פארוואונדן היימישע פאסטוכער אונטערן שלייער פון קלויבן איילבירטן. אין ווידעא: פערצן טעראר שטיצער זענען פארהאלטן געווארן אין פראוואקאציעס קעגן אידישע פאסטוכער, און וועלן פארטריבן ווערן פון ארץ ישראל דורך אויטאריזירטע אינסטאנצן.

Watch in the app All of Kremel's statuses

More from Kremel