Kremel · Sep 30, 2026
Kremel — video status
קרעמל: *מאסיווע טעראר אטאקע בחסדי שמים פארמיטן:* 180 רייזענדע אויף א ׳פליי-דובאי׳ פליגער פון דובאי קיין תל אביב האבן די נאכט מיטגעלעבט שרעקעדיגע מאמענטן ווען דער עומאנישער קא-פילאט האט פרובירט צו אומברענגען דעם פילאט מיט א מעסער, און אראפברענגען אדער פארכאפן דעם פליגער. עטליכע אידישע פאסאזשירן האבן זיך איינגעבראכן אינעם קאקפיט און באוויזן צו אומשעדליך מאכן דעם קא-פילאט, און סטאביליזירן די צושטאנד פונעם פילאט וועלכע איז שווער פארוואונדעט געווארן אינעם אטאקע. אנדערע רייזענדע וועלכע זענען פילאטן האבן איבערגענומען קאנטראל פונעם פליגער און עס האט געלאנדעט אין די ׳טאבוק׳ לופטפעלד אין סאודיע אראביע, וואו דער קא-פילאט איז אוועקגעפירט געווארן אויף אויספארשונגען. די לופטליניע האט צוגעשטעלט א נייע פליגער וואס איז אצינד אויפן ראנוועי און גרייט זיך צו הייבן קיין מדינת ישראל בשלום. *קרעמל* סטאטוס: https://wa.me/message/NM5RZCKYQEJYL1 גרופעס: https://chat.whatsapp.com/EhonOM6pvzTHyMd6uJTCro?s=sw&p=a&mlu=0
More from Kremel
- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: היסטאריש: האלטנדיג פיר און צוואנציג שעה נאך די וואלן

- KremelNov 4, 2026

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: גאסן בעאיינפלוסער חיים פערלאוויטש טיילט מיט סצענעס פו

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: פילאנטראפ-דזשוניאר יושע לאנדא, זון פון מאגנאט און ביל

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: שרעק אין קרית יואל ווען פרישער איסלאמישער צענטער ווער

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: סצענע פונעם מאסיווע ''אברמי סוואב דרייוו'' היינט אין
