Kremel · Sep 14, 2026
Kremel — photo status
קרעמל: אין א פרישן באריכט אין ״עמי״ מאגאזין דורכן שריפטמייסטער יוחנן דאָן, ווערט אויפגעדעקט א מערקווערדיגער, פריינטליכער שמועס וואס איז פארגעקומען אינעם "אוועל אפיס" צווישן פרעזידענט טראמפ און רבנים פאר ראש השנה. "עטץ זענטס א מאדנער ציבור," האט טראמפ זיך אנגערופן ציניש צו די רבנים. "איך האב געשיקט די בי-2 באמבאדירער קיין איראן, איך האב זיי געמאכט פאר שטויב און אש. ווען איך באמבארדיר זיי נישט, וואלטן זיי חרוב געמאכט גאנץ ארץ ישראל – אויף דעם הער איך נישט קיין איין ווארט פון ענק. אבער אז איך האב געפארדאנט דעם בוטשער פון אייאווע מיטן מאדנעם נאמען? דעמאלטס שפרינגט עטס פאר שמחה!" "רובאשקין," האט איינער פון די אנוועזנדע אונטערגעזאגט דעם פרעזידענט. "יא, לובאשקין," האט טראמפ גרייזיג איבערגעזאגט, "ער לעבט נאך בכלל?" די אנוועזנדע האבן באשטעטיגט אז ר' שלום מרדכי לעבט און גייט אן. דער באבובער עסקן ר' יואל ראזנפעלד האט צוגעלייגט: "מיסטער פרעזידענט, איר זאלט וויסן אז ווען דאס איז געשען, האבן טויזנטער מענטשן געטאנצט פאר שמחה אין די גאסן פון ברוקלין!" *קרעמל*
More from Kremel
- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: היסטאריש: האלטנדיג פיר און צוואנציג שעה נאך די וואלן

- KremelNov 4, 2026

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: גאסן בעאיינפלוסער חיים פערלאוויטש טיילט מיט סצענעס פו

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: פילאנטראפ-דזשוניאר יושע לאנדא, זון פון מאגנאט און ביל

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: שרעק אין קרית יואל ווען פרישער איסלאמישער צענטער ווער

- KremelNov 4, 2026 · קרעמל: סצענע פונעם מאסיווע ''אברמי סוואב דרייוו'' היינט אין
