JewishStatusOpen the app

Music Velt | מוזיק וועלט · Aug 20, 2026

Music Velt | מוזיק וועלט — video status

*סענזאציע אין די חסידישע מוזיק וועלט: לייבי מאשקאוויטש גרייט זיך צום ערשטן אלבום!* דער בארימטער קאמפאזיטאר און בדחן לייבי מאשקאוויטש מעלדט אז זיין ערשטער אלבום האלט שוין ביי די לעצטע שטאפלען פון "נעילה" און וועט בקרוב ערשיינען. לייבי מאשקאוויטש איז שטארק באקאנט מיט זיינע הארציגע ניגונים וואס זענען ארויף אויף די גרעסטע אלבומען, אריינגערעכנט די בארימטע ווערק פונעם אומפארגעסלעכן בעל מנגן רבי מיכאל שניצלער זצ"ל. אויף דעם רייכן פראיעקט ארבעטן די שענסטע און בעסטע אראנזשירער וועלכע שטייען שוין הינטער פילע גרויסע מוזיק פראדוקציעס. אידישע מוזיק ליבהאבערס קוקן ארויס מיט גרויס שפאנונג אויף דעם נייעם אלבום, וואס גייט ברענגען א פרישן און קוואליטעטפולן טעם אין די וועלט פון חסידישע מוזיק.

Watch in the app All of Music Velt | מוזיק וועלט's statuses

More from Music Velt | מוזיק וועלט