Music Velt | מוזיק וועלט · Aug 20, 2026
Music Velt | מוזיק וועלט — video status
*מוזיק וועלט סקופּ: ר' חזקי ווייס גרייט אָן נייעם אַלבום "מלכות שבמלכות" מיט שטערן פון ארץ ישראל!* נאָך דער ריזיגער הצלחה פונעם אַלבום "הוד שבהוד" – וואָס האָט אָנגערירט די הערצער פון טויזנטער אידן איבער דער וועלט – קוקט די חסידישע מוזיק וועלט אַרויס מיט גרויס שפּאַנונג אויף דעם קומענדיגן פּראָיעקט פונעם באַרימטן מלחין רבי חזקי ווייס, וואָס שטייט שוין ממש ביים שוועל. דאָס מאָל טרעט ר' חזקי אַריין אין אַ נייע עראַ. דער פרישער אַלבום, וואָס וועט טראָגן דעם נאָמען *"מלכות שבמלכות",* ברענגט א ספעציעלע קאָלאַבאָראַציע מיט די גרעסטע בעלי מנגנים אין ארץ ישראל. דער פּראָיעקט וועט זיין אינגאַנצן אָנגעזאַפּט מיט האַרציגע, טיפע ניגונים, ארומגענומען מיט דער ספּעציעלער קדושה און עקסקלוסיווע אַטמאָספערע וואָס נאָר דאָס הייליגע לאַנד קען געבן. דער אלבום ווערט פרעזענטירט דורך משה יעקאב, און וועט ערשיינען צום אור העולם קומענדיגן י"ד אלול. צום פּראָיעקט פאַרבינדט זיך ווידער די רייכע קווייער פון "מקהלת רוממו", דאָס מאָל מיט א ספּעציעלן קאָמפּאָנענט פון 9 פּראָפעסיאָנעלע זינגערס דירעקט פון ארץ ישראל. סדא וואָס ארויס צו קיקן
More from Music Velt | מוזיק וועלט
- Music Velt | מוזיק וועלטOct 27, 2026 · מוזיק-וועלט נאסטאלגיע: די מודעת-אבל איבער דער פטירה פון רבי

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 27, 2026

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 26, 2026 · מוזיק וועלט באריכט: די לאנג ערווארטעטע נייע אלבום ׳המחדש׳ פו

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 26, 2026 · ערשטע באריכט אויף מוזיק וועלט: דער מייסטער פראדוצירער און אר

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 21, 2026

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 21, 2026
