JewishStatusOpen the app

Music Velt | מוזיק וועלט · Aug 20, 2026

Music Velt | מוזיק וועלט — video status

*מוזיק וועלט סקופּ:* ר' חזקי ווייס גרייט אָן אַ פרישן אַלבום "מלכות שבמלכות" מיט די בעלי המנגנים פון ארץ ישראל! נאָך דער גרויסער הצלחה פונעם אַלבום "הוד שבהוד" – וואָס האָט אָנגערירט די הערצער פון טויזנטער אידן איבער דער וועלט דורך דעם באַרימטן מלחין רבי חזקי ווייס, צוזאַמען מיט מקהלת רוממו און די גרעסטע בעלי המנגנים אין אמעריקע – קוקט די מוזיק וועלט אַרויס מיט שפּאַנונג אויף זיין קומענדיגן פּראָיעקט וואָס שטייט שוין ממש ביים שוועל. עס איז שוין גרייט צו ערשיינען אין די מוזיק וועלט אין די נאָענטע צוקונפט. דאָס מאָל טרעט ר' חזקי אַריין אין אַ נייע עראַ, קאָלאַבאָרירנדיג מיט די סאַמע פון די גרויסע בעלי מנגנים אין ארץ ישראל. דער פרישער אַלבום "מלכות שבמלכות" גייט זיין אינגאַנצן אָנגעזאַפּט מיט האַרציגע, טיפע ניגונים און דער ספּעציעלער קדושה און עקסקלוסיווע אַטמאָספערע וואָס נאָר דאָס הייליגע לאַנד קען געבן. דער אַלבום וועט ערשיינען צום אור העולם י"ד אלול הבעל"ט, דאָס מאָל אויך מיט די רייכע קווייער פון מקהלת רוממו מיט 9 זינגערס פון ארץ ישראל. עס ווערט פרעזענטירט דורך משה יעקאב,

Watch in the app All of Music Velt | מוזיק וועלט's statuses

More from Music Velt | מוזיק וועלט