Music Velt | מוזיק וועלט · Aug 23, 2026
Music Velt | מוזיק וועלט — photo status
א רוף פון א אידיש הארץ: מרדכי קאהן בארירט די מוזיק וועלט מיט א נייעם ניגון "די בעסטע זאך" טרעטנדיג צו צו די ימי הרחמים והסליחות וועלכע שטייען שוין אט אט ביים שוועל, ווען דאס יאר האלט שוין ביים געענדיגט ווערן, טוט דער באַרימטער זינגער מרדכי קאהן ארויסלייגן א הערליכן נייעם סינגל: "די בעסטע זאך". דער ניגון איז קאמפאזירט געוואָרן דורך דעם טאלאנטירטן בעל מנגן רבי שלמה נחמיה ראזענבערג. דאס ליד ברענגט ארויס דעם אינערליכן געפיל פון יעדן אידיש הארץ; מיר ווילן אלע זיין נאנט צום רבונו של עולם, ווייל מיר ווייסן און פילן אז דאס איז די בעסטע זאך אין די וועלט. דאס לעבן באקומט אן אמת'ן טעם און א טיפע משמעות ווען מיר זענען מקושר צום באשעפער. פארקערט, ווען א מענטש פילט זיך דערווייטערט פונעם אייבערשטן, ווערט דאס לעבן ליידיג און טרוקן. אבער טיף אינעווייניג, וויל יעדער איינציגער איד זיין וואויל און לעבן באמת ארומגענומען מיט געטלעכקייט. יעצט, ווען מ'האלט שוין אזוי נאנט צונעם נייעם יאר, באקומט יעדע אידיש הארץ אן התעוררות זיך צוריקצוקערן, זיך ווידער אנצושליסן אינעם מקור און זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.
More from Music Velt | מוזיק וועלט
- Music Velt | מוזיק וועלטOct 27, 2026 · מוזיק-וועלט נאסטאלגיע: די מודעת-אבל איבער דער פטירה פון רבי

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 27, 2026

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 26, 2026 · מוזיק וועלט באריכט: די לאנג ערווארטעטע נייע אלבום ׳המחדש׳ פו

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 26, 2026 · ערשטע באריכט אויף מוזיק וועלט: דער מייסטער פראדוצירער און אר

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 21, 2026

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 21, 2026
