Music Velt | מוזיק וועלט · Aug 26, 2026
Music Velt | מוזיק וועלט — photo status
*אט זענען די מעכטיגע נעמען וואָס זענען א חלק אינעם נייעם אלבום פון ליפא שמעלצער!* די גאנצע *מוזיק וועלט* האלט דעם אטעם און קוקט ארויס מיט עקסטאז! דער קעניג פון חידושים האט צנויפגענומען די גרעסטע לייבן, פראדוצירער, און די קלארסטע קעפ פון די אינדוסטריע אויף איין פלאץ, צו באשאפן א מוזיקאלישע אלבום וואס גייט באשיינען און דערהויבן דעם קומענדיגן יום טוב. פון פראפעסיאנעלע ארענדזשמענטס און הארציגע חזנים, קאפעליעס אין נאך וואס גייען אריינברענגען א קדושה'דיגן יום-טוב טעם, ביז א פרישע, לעבעדיגע ענערגיע וואס גייט הייבן די שמחת יום טוב אין אלע אידישע שטיבער צום קומענדיגן נייעם יאר. גרייט אייך אויף א נייעם קאפיטל אין חסידישע *מוזיק וועלט* וואס גייט באגלייטן אייערע שמחות און סעודות – קומענדיגע וואך אין די געשעפטן און אויף די סטרימינג פלאטפארמעס!
More from Music Velt | מוזיק וועלט
- Music Velt | מוזיק וועלטOct 27, 2026 · מוזיק-וועלט נאסטאלגיע: די מודעת-אבל איבער דער פטירה פון רבי

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 27, 2026

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 26, 2026 · מוזיק וועלט באריכט: די לאנג ערווארטעטע נייע אלבום ׳המחדש׳ פו

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 26, 2026 · ערשטע באריכט אויף מוזיק וועלט: דער מייסטער פראדוצירער און אר

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 21, 2026

- Music Velt | מוזיק וועלטOct 21, 2026
