JewishStatusOpen the app

Stadium · Jul 22, 2026

Stadium — video status

פאליציי און עמערדזשענסי כוחות זענען היינט גערופן געווארן צו די לעיקוואדער ישיבה "בית מדרש גבוה", נאך באריכטן איבער מעגליכע שיסערייען וואס איז פארקומען אין די געגנט, וואס האט זיך ב"ה ארויסגעשטעלט אלס א פאלשע אלארם.דאס קומט נאכדעם וואס עטליכע מענטשן האבן געקלינגען די פאליציי איבערגעבן אז זיי הערן שטארקע קראכעס וואס הערן זיך ווי שיסערייען. דאס האט געפירט צו א מאסיווע רעאקציע דורך צענדליגער באוואפנטע אפיצירן, קעי-9 יוניטס, דראונס און נאך זיכערהייט קרעפטן וועלכע האבן אפגעשלאסן די געגנט.נאך א גרונטליכע אינוועסטיגעישאן און איבערקוקונג האט מען פעסטגעשטעלט אז ס'איז נישט געווען קיין שום שיסעריי, נאר סך הכל דאס גערודער פון ארבעט וואס איז דורכגעפירט געווארן ביי אן עירקאנדישאן סיסטעם אויפ'ן דאך פון די ישיבה. Follow stadium status: https://bit.ly/StadiumYid Follow stadium group: https://chat.whatsapp.com/DlzzrgWbC4LGaMhnoXFgXD?mode=gi_t

Watch in the app All of Stadium's statuses

More from Stadium