JewishStatusOpen the app

Stadium · Jul 25, 2026

Stadium — video status

א גרויסע שריפה האט אויסגעבראכן דעם פארלאפענעם שבת קודש ביים ציון הקדוש פונעם בעל התניא זי"ע אין די שטאט האדיטש, אוקראינע. גאר שווערע שאדנס זענען פאראורזאכט געווארן פארן בנין הבית המדרש און פארן הכנסת אורחים צענטער וואס ווערט אנגעפירט דורכן חב"ד שליח הרב שניאור דייטש. די ארטיגע פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין די סיבה פונעם פייער, און מען פרובירט צו זען צי דאס איז געקומען פון אן עלעקטרישן שארט אדער גאר אלס אן אינצידענט וואס האט א שייכות מיט די אנגייענדיגע מלחמה אין לאנד. בחסדי השם זענען נישט געווען קיין שום פארוואונדונגען און קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן. Follow stadium status: https://bit.ly/StadiumYid Follow stadium group: https://chat.whatsapp.com/DlzzrgWbC4LGaMhnoXFgXD?mode=gi_t

Watch in the app All of Stadium's statuses

More from Stadium