JewishStatusOpen the app

Torah Jews/Natrune · Aug 16, 2026

Torah Jews/Natrune — text status

א חשוב'ער עסקן האט מעורר געווען אז פונעם סלאגאן "Don't let them win" וואס שטייט אויפ'ן סיין, קען מען בטעות מיינען אז מ'נעמט א צד אין די בחירות, כאילו מ'וויל אז יענער זאל נישט געווינען נאר א צווייטער. דאס איז טראץ דעם וואס עס איז גאנץ בולט אז מ'מיינט דא 'לאז זיי נישט געווינען' מיט זייערע פלענער צו שעדיגן די ניו יארקער אידן, וואס אויף דעם באציען זיך טאקע די ווערטער, און מ'האט עס בלויז גענוצט אלס א 'לשון נופל על לשון' צוריקצוגעבן מנה אחת אפיים. בכל אופן, קומען מיר דא קלארשטעלן אז ווען עס וועט למעשה קומען צום פירסום, וועלן מיר אוודאי נישט שרייבן פונקט דעם נוסח. עס דארף דאך סיי ווי דורכגיין די 'אפפרואוול' פון די מידיא קאמפעניס, וואס דאס איז נישט אזוי פשוט.
Watch in the app All of Torah Jews/Natrune's statuses

More from Torah Jews/Natrune