JewishStatusOpen the app

Torah Jews/Natrune · Aug 27, 2026

Torah Jews/Natrune — text status

ער האט אים צוגעשטעלט גוטע חברים, ער האט געזען מ'זאל אים נישט טשעפענען, און ער האט אנגעווארנט די כיתה אז מ'זאל זיך חבר'ן מיט אים. ער האט אים געזעצט לעבן זיך און אים געשיקט אויף שליחות'ער; וואס ער האט נאר געקענט טון צופרידנצושטעלן דאס קינד האט ער געטון, אבער דאס קינד איז געבליבן ביי זיין עקשנות – "הוא באחת". וויפיל מ'האט פאר אים געטון און געטון, האט ער נישט אויפגעהערט צו קאמפלעינען, ביז דער מלמד האט זיך שוין אויפגערעגט און אים ארויסגעטראסקעט, האלטנדיג אז "גענוג איז גענוג". >>>
Watch in the app All of Torah Jews/Natrune's statuses

More from Torah Jews/Natrune