JewishStatusOpen the app

Yiddishe Vinkel · Nov 12, 2026

Yiddishe Vinkel — video status

א 15 יעריגער בחור'ל פון רמת גן איז ארעסטירט געווארן, נאכדעם וואס ער האט לויט'ן פארדאכט צובראכן מיט א שטיין די פראנט שויבן פון א פארקירטע פאליציי קאר אין תל אביב. די פאסירונג איז אויפגעכאפט געווארן אויף זיכערהייט קאמעראס, און אויספארשער פון די דרום תל אביב פאליציי סטאנציע האבן אידענטיפיצירט און ארעסטירט דעם פארדעכטיגטן. נאכ'ן צוזאמנעמען באווייזן, איז אריינגעגעבן געווארן אן אנקלאגע קעגן דעם יוגנטליכן פאר'ן שעדיגן די קאר. ער איז באפרייט געווארן צו הויז ארעסט ביז די ווייטערדיגע געריכט פארהאנדלונגען. אידישער ווינקל *סטאטוס*:https://wa.me/13473456278?text=Join אידישער ווינקל *גרופע*:https://chat.whatsapp.com/CUQkb4iu39HERbeWdmUyPE?mode=gi_t

Watch in the app All of Yiddishe Vinkel's statuses

More from Yiddishe Vinkel