Yiddishe Vinkel · Sep 30, 2026
Yiddishe Vinkel — photo status
א "פליי דובאי" פליגער פון דובאי קיין תל אביב האט היינט אינדערפרי געטראסקעט טויזנטער פיס אין די לופטן, ווען פאסאזשירן האבן געהערט געשרייען פון די קאקפיט. עס האט זיך באלד ארויסגעשטעלט אז דער קא-פילאט האט געשטאכן דער הויפט פילאט און פרובירט נעמען קאנטראל. שטאב מיטגלידער און מדינת ישראל פאסאזשירן האבן זיך אריינגעמישט, אריינגעבראכן צום קאקפיט, און באזיגט דעם קא-פילאט, עטליכע אנוועזנדע מיט מיליטערישע ערפארונג האבן באוויזן צו נעמען קאנטראל פון די פליגער און דאס אנגעהויבן לאנדן אין טאבוק, סאודי אראביע. די אלארם סיגנאלן האבן געפירט דערצו אז מדינת ישראל האט ארויסגעשיקט קאמפס פליגערס און אנגעהויבן דרינגענדע זיכערהייט זיצונגען. פאסאזשירן זענען געבליבן באדעקט מיט בלוט בעת דעם געראנגל. מדינת ישראל באאמטע באצייכענען דעם אינצידענט אלס עפעס וואס וואלט געקענט זיין מדינת ישראל'ס 9/11. באאמטע פארשן יעצט אויס צי דאס איז געווען אן איראנער פלאן אדער אן אטאקע פון אן עקסטרעמיסטישן איסלאמיסט. אידישער ווינקל *סטאטוס*:https://wa.me/13473456278?text=Join אידישער ווינקל *גרופע*:https://chat.whatsapp.com/BN4IyLfXAN92HpIy00tQ1Q
More from Yiddishe Vinkel
- Yiddishe VinkelNov 4, 2026

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · דער "פאלאנטיר" סי-אי-או אלעקס קארפ האט באזוכט 770 און דעם או

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · פארבס: טראמפ'ס פארמעגן איז געפאלן מיט איבער 100 מיליאן דאלאר

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · וויצע פרעזידענט דזשעי. די. ווענס רעאגירט צום ערשטן מאל צו די

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · די לופטליניע 'ישראייר', אונטער'ן ביליאנער ראמי לעווי, פירט ש
